די וואסא מוזיאום

For further information please visit the English version of our website.

די וואסא איז די וועלטס איינציגסטע פרעזערווירטע זיבענצנטע יאר-הונדערט שיף. 98 פראצענט דערפון באשטייט פון ארגינעלע טיילן און איז באצירט מיט הונדערטער געשניצטע סקולפטורס. די וואסא איז א אייגנארטיגע ארט אוצר און איינס פון די וועלטס גרעסטע אטראקציעס. די שיף געפונט זיך אין די ספעציעל געבויטע מוזיאום אין שטאקהאלם, די הויפטשטאט פון שוועדן. ארום די וואסא איז דא עלעוו באזינדערע עקזיבישאנס, א געשעפט און א טייערע רעסטוראנט. צייגענישן פון די מוזיאום ווערן געוויזן יעדן טאג. פילם סקרינינג זענען גרייט אין ניין שפראכן. די וואסא מוזיאום איז סקאנדינאוויעס מערסט באזוכטע מוזיאום, און עס קען זיך לויען א באזוך קיין שטאקהאלם פאר א באזוך.

די זינקונג

אום אוגוסט 10, 1628 האט א גרויסע קריגס שיף אפגערייזט פון די שטאקהאלם האפן. עס איז געווען ניי געבויעט און האט באקומען די נאמען די וואסא, נאך די געוועלטיגנדע וואסא פאמיליע. פון די עפענונגען ביי די זייטן, האבן קאנאנען געשאסן א סאלוט. די מעכטיגע רייזונג האט געדארפט געפייערט ווערן!


 ביסלעכווייז האט די גרויסע שיף אפגערייזט צום פארט ארויסגאנג. פלוצלונג איז געקומען א שטארקע ווינט אין די וואסא האט זיך געבויגן אבער זיך צוריק אויסגעאייניגט. דערנאך איז געקומען נאך א שטארקע ווינט און די שיף האט זיך איבערגעדרייעט. וואסער האט אנגעהויבן אריינצופליסן דורך די אפענע געווער עפענונגען. די וואסא האט געזינקען. פון די ארום 150 מענטשן אויפן שיף זענען אמווייניגסטנס 30, אדער אזויפיל ווי 50 אומגעקומען. עס וועט דויערן 333 יאר ביז די וואסא וועט נאכאמאל זעהן די שיין פון די זון.

די געפונער

פריוואטע פארשער אנדערס פראנזען האט אנגעהויבן זוכן די וואסא דורכאויס די פריע 1950 יארן. אפילו אלס קינד איז ער געווען פארגאפט פון די אפפאל וואס האט זיך געפונען אינדרויסן פון די פערענטינג היים אין די שטאקהאלם ארכיפאלעגא. שיפווארים (Teredo Navalis)  וועלכע עסן אויף האלץ אין די וואסערן איבער די וועלט, לעבן נישט אין די באלטישע ברעקיש וואסערן. דערפאר האט אנדערס פראנזען געטראכט אז די גרויסע שיף עקזיסטירט נאך, און אום 1956 האט אנדערס פראנזען געטראפן די וואסא.

גרויס אין איר צייט

די וואסא איז געבויעט געווארן אין שטאקהאלם מיט די שטיצע פונעם דייטשן שיף בויער הענריק הייבערסצאן. אים ארויסצוהעלפן האט ער געהאט הילצער, דזשוינער, האלץ האקער, פעינטער, גלאזער, סעיל מאכער, שמידער און נאך אסאך. - א סך בכל פון 400 מענטשן. 

 דער קליענט איז געווען דער שוועדישער קעניג גוסטאוו דער צווייטער אדאלף. עס האטגעדויערט ארום צוויי יאר צו בויען די וואסא. די וואסא האט געהאט דריי שטאנגען און האט געקענט טראגן צען סעילס. עס איז געווען 52 מעטער פון אונטען ביז אויבן, 69 מעטער לאנג און האט געוואויגן 1,200 טאן! ווען די שיף איז פארטיג געווארן איז עס געווען פון די מעכטיגסטע שיפן וואס איז נאר אמאל געזען געווארן. 

 פארוואס האט די וואסא געזינקען?

היינטיגע צייטן קענען מיר פונקטליך אויסרעכענען וויאזוי צו בויען א שטארקע שיף. אין די 1600 יארן האבן זיי גענוצט קעסטלעך מיט מעסטונגען וויאזוי א גוטע שיף ווערט געבויעט. אין די אלטע דאקומענטן קען מען זעהן אז די פלענער זענען געטוישט געווארן נאכדעם וואס די ארבעט האט זיך שוין אנגעהויבן.

 דער קעניג האט געוואלט האבן מער ביקסן ווי געווענליך. די מעסטונגען וועלכע זענען גענוצט געווארן פאר די שיף האבן מער נישט געארבעט און זיי האבן געדארפט אויפגעבן. די וואסא איז געבויעט געווארן הויעך, מיט צוויי אריינגעבויטע דעקס פאר קאנאנען. גרויסע שטיינער, באלאסט, זענען אריינגעבויעט געווארן אונטן פון די שיף אז עס זאל פארבלייבן סטאביל אין וואסער, אבער די וואסא איז געווען צו שווער, און די באלאסט פון 120 טאן איז נישט גענוג געווען.

 פארוואס איז די וואסא געבויעט געווארן?

די וואסא וואלט געווארן א וויכטיגע שיף אין די שוועדישע נעוועל פלאטע. אויפן שיף זענען געווען 64 קאנאנען, מערסטנס פאר 24 פונט (איבער 11 קילאגראם) קאנאנבאלס. שוועדן האט ארום צוואנציג קריגסשיפן, אבער קיינס מיט אזויפיל שווערע ביקסן ווי די וואסא.

די וואסא האט ווארשיינליך געפלאנט צו פארן קיין פוילן, די פיינט פון יענע צייט. קעניג זיגיסמונד פון פוילן איז געווען די שוועדישע קעניגס קוזין. זיי האבן געהאט דעם זעלבן זיידן. זיגיסמונד האט געדארפט איבערנעמען די קעניגרייך אין שוועדן אבער האט זיך געדארפט ארויסציען צוליב זיין קאטוילישע גלויבן.

וויאזוי די וואסא איז ארויסגעצוייגן געווארן פון די טיפעניש

אום אפריל 24 1961, נאך יארן פון זיך צוגרייטן, איז די וואסא ארויסגעצויגן געווארן צום אויבערפלאך. יעצט איז געקומען די ארבעט פון פרעזערוואציע. א שיף וואס איז געווען אין וואסער אזוי לאנג, קען נישט ווערן אויסגעטריקנט אויף די לופט, ווייל עס קען זיך צוברעכן און צוזאמפאלן.

צום ערשט איז די וואסא באשפריצט געווארן מיט וואסער ווארטענדיג פאר די עסקפערטן עצה וויאזוי צו באהאנדלען די אפפאל. די פרעזערוואטיוו וואס איז אויסגעקליבן געווארן איז געווען פאליעטילין גלייקאל (PEG), א וואסער לייגנדע וואקס פראדוקט וואס טוט צוביסלעך אריינדרינגען אין די האלץ און ערזעצט די וואסער. דאס שפריצן מיט PEG האט אנגעהאלטן פאר פילע יארן.

די סקולפטורס

צוזאמען מיט די וואסא זענען מער ווי 14,000 לויזע הילצענע שטיקלעך געראטעוועט געווארן, אריינגערעכענט 700 סקולפטורן. די טיילן ווערן באזונדער פרעזערווירט און ווערן דערנאך ארויפגעלייגט צוריק אויף די שיף אזויווי א גיגאנטישע דזשיקסאו פאזעל.

די קריגס שיפן פון די 1700 יארן זענען נישט בלויז געווען קריגס מאשינען נאר אויך שווימנדע פאלאצן. די געראטעוועטע סקולפטורן האבן געהאט שפירן פון גאלד און קאלירן. סאפיסטיקירטע אנאליזן צייגן אז די סקולפטורן זענען געפארבט געווארן מיט ליכטיגע קאלירן, טיילווייז באגילדעט, און די הונטערגרינד איז געווען רויט. די סקולפטורן שטעלן פאר לייבן, ביבלישע העלדן, רוימישע עמפערארס, ים באשעפענישן, גריכישע גאדס און נאך. די דעקאראציעס האבן פארגעטערט דעם שוועדישן קעניג און איז געווען א אויסדריק פון זיין מאכט, וויסנשאפט און פאליטישע אמביציס.

וואס מאכט די וואסא היינט?

באמיאונגען צו שטיצן און פארזארגן די וואסא גייען נאך אלץ אן. א סטאבילע קלימאט איז זייער וויכטיג פאר קאנסערוואציע. דורכאויס די יארן, ביי די גרונד פון וואסער, ווערן די אייזערנע נאגל ראסטיג און די אוק האלץ ווערט שווארץ פון די אייזן. די אפפאל איז געהאלטן געווארן צוזאם דורך הילצענע פעגס. טייל פון די שמוץ אין די וואסער איז איבערגעמאכט געווארן צו סולפור וואס געפונט זיך היינט אסאך אין האלץ. סולפור שטיפט ארויס אין רעאגירט מיט אקסידזשען, וואס פארמירט סולפוריק עסיד, וואס איז נישט גוט פאר די האלץ, אבער אומשעדליך פאר די באזוכער ביי די מוזיאום. פארשונג איז אנגייענד איבער וויאזוי צו פרעזערווירן די וואסא אויפן לאנגן טערמין.

די וואסא אלס א צייט מאשין

די צייט האט זיך אויפגעהערט אויפן שיף ווען עס האט געזינקען. א אומבארירטע טייל פון די 1700 יארן איז אפירגעקומען אום 1961. טויזנטער אביעקטן זענען געפונען געווארן, איטליכע מיט זייער אייגנארטיגע ערציילונג, אריינגערעכנט די איבערבלייבענישן און ארטיקלען פון מענטשן, און די שיף'ס געצייג.

 צווישן די בלאטע ביי די גרונד פון די וואסא איז געליגן זעקס זעגל וואס זענען נישט געווען באפעסטיגט אין די צייט פון די חורבן. זיי זענען געווען זייער הייקל, אבער זענען יעצט פרעזערווירט געווארן און זענען די וועלטס עלצטע פרעזערווירטע זעגל! פארשונג איז אנגייענד אויף די אביעקטן. די מוזיאום'ס עקזיביטס צייגן די אייגנארטיגע אביעקטן און גיט לעבן צו א אנדערע עפאכע און אירע מענטשן.

באזוכן די וואסא מוזיאום

שטונדן אין דינסט

יאנואר 2 ביז מאי 31 און סעפטעמבער1 ביז דעצעמבער 30
פון 10:00 ביז 5:00 נאכמיטאג, מיטוואכס פון 10 אינדערפרי ביז 8 ביינאכט
(וואסא מאזיאום רעסטוראנט פון 10:00 ביז 16:00) 

יוני 1 ביז אוגוסט 31
8:30 אינדערפרי ביז 6 נאכמיטאג
(וואסא מאזיאום רעסטוראנט פון 9:30 אינדערפרי ביז 5:30 נאכמיטאג)

דעצעמבער 31
 פון 10:00 ביז 3:00 נאכמיטאג
(וואסא מאזיאום רעסטוראנט פון 11:30 אינדערפרי ביז 2 נאכמיטאג)

פארמאכט יאנואר 1 און דעצעמבער 23-25

איינטריט

ערוואקסענע 130 קראנע
קינדער (0-18) 0 קראנע
סטודענטן (מיט סטודענט אידענטיפיקאציע) 110 קראנע
טורס אין ענגליש פון די מוזיאום קומען פאר עטליכע מאל א טאג.
צייגענישן פאר גרופעס מיט מער ווי 9 פערזאן מוז ווערן רעזערווירט פון פאראויס.

פילם סקרינינגס מיט ענגלישע סאונדטרעק אדער ווערטער ווערט געוויזן טעגליך עטליכע מאל א שטונדע.
פילמס אין אנדערע שפראכן קען אויך ווערן רעזעווירט פון פאראויס.
רעזערוואציעס: bokningen.vasa@maritima.se

 

וויאזוי אנצוקומען צו די וואסא מוזיאום:

די מוזיאום געפינט זיך אויף יארגארדאן אינזל, גראד נאך די יארגארדאן בריק.

די אדרעס פון די גאס איז Galärvarvsvägen 14 אין שטאקהאלם.
גייט פון די צענטראלע סטאנציע (30) מינוט אדער פון די קארלאפלאן אונטערגראונד סטאנציע (10 מינוט).
טראם 7 פון Sergeltorg סקווער / Harbour סטריט ביז די נארדיק מוזיאום / וואסא מוזיאום סטאפ.

באס 69 פון שטאקהאלם צענטראל סטאנציע און Sergel סקווער ביז די יארגארדאן בריק סטאפ.

באס 67 פון Karlaplan ביז די נארדיק מוזיאום / וואסא מוזיאום סטאפ.

פערי פון Slussen / אלט שטאט, און דורכאויס זומער, אויך פון Nybroplan.

יארגארדאן אינזל:

יארגארדאן איז א הערליכע לוסט און אונטערהאלטונג צענטער אין צענטראל שטאקהאלם. די אינזל, וואס איז אמאל געווען די קעניגליכע פאנג ארט, איז פאר צענדליגער יארן געווען א גרינע דאטשע פאר די שטאקהאלם איינוואוינער. היינט צו טאג קומען דא מיליאנען מענטשן. עס שטעלט פאר Skansen, די וועלטס ערשטע אפענע-לופט מוזיאום, Junibacken, די גראנע לאנד שפיל ארט, די וואסא מוזיאום און פילע אנדערע אטראקציע. 

טוריסטן באסעס:

באס פארקינג איז גרייט אינדרויסן פון די מוזיאום

דורך קאר:

עס זענען דא ווייניג פארקינג פלעצער אויף יארגארדאן.

עס זענען גרייט פארקינג פאסיליטיעס פאר די יארגארדאן בריק, דורכאויס די טריקעניש און Narvavägen.